בית הכנסת

SANCTITY OF THE SYNAGOGUE

אמן דף ע    -   AMAN PAGE 70

גליון "ואמר כל העם אמן" # 70
אדר א' תשס"ח לפ"ק

 

1   2   3   4   5   6   7   8   9   10   11   12   13   14   15   16   17   18   19   20   21   22   23   24   25   26   27   28   29   30   31   32   33   34   35   36   37   38   39   40   41   42   43   44   45   46   47   48   49   50   51   52   53   54   55   56   57   58   59   60   61   62   63   64   65   66   67   68   69   70   71   72   73   74   75   76   77   78   79   80   81   82   83   84   85   86   87   88   89   90   91

HOME        ראשי

 

בעזהי"ת

שלמה רובינשטיין

ברוקלין נוא יארק

5314 12- טע עוועניו, טל: און  פאקס#: 435-9599 

 

 

ב"ה, י' ניסן ה' תשנ"ה לפ"ק

שלמא רבא מן שמיא יסגי להאי גברא רבא ויקירא ידיד נפשי וידיד כל בית ישראל, איש חמודות, נודע לשם ולתהלה בהרבצת תורה, טהרה וקדושה לעדרים, בכל העולם כולו, אשרי שלו ככה, ה"ה כש"ת הרבני החסיד המפואר מוהר"ר יצחק אייזיק גרוס שליט"א, המפורסם בעולם לתפארת עם סגולה, יהי  שלום בחלך ושלוה בארמנותיך!

אחדשה"ט ושת"ה,

צום ערשט וויל איך אייך דאנקען פאר אייער חשובע ארבעט וואס טוט נישט בלויז פאר מיר נאר אויך פארן גאנצן כלל ישראל.

די חז"ל זאגן עטליכע מאל אין ש"ס,  אז איינער איז א כפוי טובה שטאמט ער פון נבוכדנצר הרשע, אויך האב איך געזהן א מאל, דאכט זיך מיר אין הייליגן ספר פלא יועץ וועגן די גרויסע עבירה פון כפוי טובה, איך האף אז איך וועל האבן צייט וועל איך מאכן א פלאקאט וועגן דעם מורא'דיגן ענין פון כפוי טובה, וואס איך האלט אז דאס איז איינס פון די יסודי יהדות. און דאס איז נישט נאר בין אדם לחבירו נאר אויך בין קרוב לקרוב, בין בן לאב ובין איש לאשתו. וואס ווען איינער העלפט דעם אנדערן, איז ער איהם מחויב צוריק צו טוהן א טובה, אדער לכל הפחות מכיר טובה זיין, אדער זאגן א דאנק, אינדערהיים פלעגט מען דאס זייער שיין אויסדריקן דאנקע-שעהן, יעדעס קינד האט דאס געוואוסט.  

דאס איז די זאך וואס האט מיך געברענגט צו שרייבן דעם בריוו אפילו עס איז ערב פסח, אבער איך האב דאך מחליט געווען יעצט צו שרייבן, ווייל איך האב געהערט פון מיין טאטן אז מצוה הבא לידך אל תחמיצנה גייט ארויף אויף יעדע מצוה, מען טאר נישט מחמיץ זיין א מצוה, אויב חס ושלום מען איז זי מחמיץ טוט מען איר קיינמאל נישט.

אויך האב איך געטראכט אז פסח דארף מען דאך זיצן ביים סדר אהן קיין שום דאגה, ובפרט אז איך פיהל א חוב  א יוד צו דאנקן דארף איך דאס טוהן.

דער הייליקער חתם סופר אין די דרשות ברענגט: "אויב מיר באציען זיך צו די בתי מדרשים מיט קדושה, וועלן זיי, ווען  משיח וועט קומען, באשטימט ווערן אין ארץ ישראל. און אפילו איצט האבן זיי די קדושה פון ארץ ישראל, און די תפילות וואס מ'דאוונט אין זיי גייען גלייך צום שער השמים. און אויב ח"ו נישט, איז אפשר בעסער ווען ער וואלט גארנישט מתפלל געווען.

ב"ה אין גער רעדט מען נישט אין מיטן דאוונען, כאטש דער יצר הרע לאזט נישט אפ קיינעם, דאך וויבאלד מ'שטעלט זיך אויף דעם פירט מען דורך נישט צו רעדן, אלץ א דאנק אייער "מקדש מעט" און די זמירות.

אין אלע שטיבלעך ברענגט דאס א גרויסן חיזוק. מ'קוקט אריין אין דעם, ממילא איז דאס משפיע לטובה. עס איז שווער פארצושטעלן אייער זכות, דער זכות פון זיכוי הרבים. דאס איז דער זכות פון די ל"ו צדיקים. צוליב א צופאל בין איך געוואר געווארן ווער עס שטייט אונטער די תהלימלעך.

אייערע תהלימלעך האבן אויף אזויפיל אויפגעטון, אז מען דארף שוין נישט זאגן קיין מוסר קיינעם נישט צו רעדן. מען דארף נאר יענעם אנווייזן אויף דעם תהלימל, און עס ווירקט שוין ווי א אויסגעפרווטע רפואה.

ב"ה דאס די גערער שטיבלעך זענען באוואוסט ווי פלעצער וואו מ'לערנט תורה בקביעות. פונדעסטוועגן, ווען נישט אייערע תהלימלעך בין איך גארנישט זיכער ווי עס וואלט אויסגעזען.

מיינע קינדער האבן פאראיארן אהיים געברענגט א מקדש מעט וזמירות אין דער עננלישער שפראך. עס איז א חידוש פלא, אין א צייט ווען רוב היימישע מענטשן זענען איינגעזונקען אין גשמיות, שענערע הייזער שענערע קארס, געפינט זיך נאך א איד, וואס אים ליגט אין קאפ צו מקרב זיין די גאולה דורך מזכה זיין אידן זיי זאלן ריכטיג און הערלעך דאוונען.

מ'זאגט נאך פון קדושי עליון, אז זיי האבן תולה געווען דעם חורבן היטלער אין דעם וואס מ'האט געשמועסט אין די בתי מדרשים אין מיטן דאווענען און קריאת התורה.

ביי אונז זענען די תהילימלעך מיט די גרויסע שיינע מקדש מעט שוין צעריסן. איך באלייג דא פופציק דאלאר און איר זאלט מוחל זיין מיר שיקן פאר דעם אייערע תהלימלעך, וואס איך וויל זיי צו צעטיילן אין די שטיבלעך, מ'זאל לערנען אין זיי, ווי אויך זאגן די שירות ותשבחות. ווייל זיי זענען ממש א כלילת יופי און נחת רוח צו זאגן אין זיי תהלים. אויך וויל איך פארטיילן זיי צו פארשידענע רבנים און תלמידי חכמים, זיי זאלן מעורר זיין זייערע מתפללים וועגן דעם ענין.

אי"ה אז כ'וועל האבן מער געלט, וועל איך קויפן נאך פון אייך זיי צו פארשפרייטן. ווייל איך האלט, אז דער עיקר איז דער חינוך מיט די גאר יונגע קינדער, און נאכער פאלגן זיי נאך וואס מעהאט אין זיי איינגעווארצלט.

 ואחתום בזה בשים שלום טובה וברכה בימים ולילות מאושרים, ובברכה והצלחה מרובה, וכבודו יוסיף כהנה וכהנה בעבודתו עבודת הקודש, בכל רגשי כבוד והערצה, בברכת חג כשר ושמח, ונזכה בקרוב ממש במילוי ההבטחה: ויהי בשלם סוכו (שבית המקדש יהיה בירושלים) ומעונתו בציון, ונקריב את קרבן הפסח כהלכתו, ונאכל שם מן הפסחים ומן הזבחים - בגאולתנו ופדות נפשנו, בגאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו אמן.

 

בהוקרה רבה, וברגשי כבוד, ובברכה להצלחה בכל האמור,
ובברכת חג הפסח כשר ושמח, ידידו,

הק'  שלמה רובינשטיין

ברוקלין נוא יארק

 

בס"ד

ז' אדר שנת תשמ"ח לפ"ק

לכבוד הרה"ח המפורסם בכל אפסים עוסק בצרכי ציבור באמונה, זוכה ומזכה את הרבים וו"ח אי"א מוהר"ר יצחק אייזיק שליט"א.

שלו' וברכה!

בשמחה רבה קיבלתי שוב פרי יצירתו חיבור לטהרה על "קדושת בית המדרש", החיבור מלא וגדוש בענינים חשובים ומעשיים, ואין לשער גודל שמחתי לנוכח בירור הדברים בהיקף יפה וגדול כזה.

איך מיז אייך זאגען דאס ווען איך האב באקומען די ספרים הקדושים "מקדש מעט" אין דעם שיינעם גרויסען פארמאט וואס איז דאך ממש מעין עולם הבא, ווען א מלמד לערנט מיט זיינע קינדער, אין אזא שיינעם גרויסען פארמאט, עס איז דאך ממש א נחת צו לערנען אין דעם.

דער ספר בעט זיך, עס ציהט דאך דאס הארץ, מען זאל אריינקוקען אין דעם.

איך מיז אייך זאגען דאס פון ווען איך לערען אין דעם מיט מייינע תלמידים זענען זייער אסאך עלטערן געווארן איבערגעדרייט, ווייל די קינדער זענען מעורר די עלטערן זיי פארציילען פרייטיג צו נאכט די מעשיות אין הלכות, אין זאגען פאר די גאנצע שטיב ווי אזוי מען דארף ענטפערן אמן, אין דאס איז דאך ממש ווי עס שטייט אז הזוכה ומזכה את הרבים צדקתו עומדת לעד, ווי מיר האבען געלערנט מיט צוויי וואכען צוריק אין זוה"ק פרשת תרומה דער גרויסער זכות פון א מזכה את הרבים.

מען קען זיך גארנישט פארשטעלען דער געוואלדיגער אויפטו וואס אזא ספר קען ברענגען. עס וועט דאך מאכען אהן א שיעור בעלי תשובה אין דעם ענין פון קדושת בית המדרש, ווייל ווען איינער רעד דאך ביי די אלע אסור'דיגע פלעצער, איז נישט נאר וואס ער איז עובר אויף די גרויסע זינד ווי די ספרים שרייבען, נאר ער איז דאך גורם אז די אלע תפילות זאלען ח"ו גיין צו די סטרא אחרא רח"ל, ווי דער הייליגער חתם סופר שרייבט. על כן איז דאך נישט משיג צו זיין אייער גרויסער זכות וואס איהר האט מיט דריקען דעם הייליגען ספר.

אויך מוז איך אייך זייער באדאנקען וועגען די ספרי "תהלים" וואס איר האט מיר געשיקט, עס איז דאך ממש א מחיה נפש צו זאגען אין די שיינע תהלים'ס דעם תהלים, וואויל איז אייך וואויל איז אייערע קינדער וואס האבען זוכה געווען צו אזא הייליגען טאטען, וואס טוט אזעלעכע ענינים גדולים וקדושים, איך בין זיכער אז נאך הונדערט צוואנציג יאר וועט דוד המלך אייך א קעגען גיין מיט זיין שיינעם פידעל, אין וועט אייך מקבל פנים זיין מיט גרויס געזאנג וואס איר האט גורם געווען אז אידען זאלען זיך אויסגיסען זייער הארץ פאר'ן בורא כל עולמים אין יעדע ליידיגע מינוט.

השי"ת זאל אייך העלפען איר זאלט מאריך ימים ושנים זיין מיט כסדר באקומען פרישע כוחות דקדושה, אין קענען אויפטוהן פאר השי"ת'ס וועגען.

עס איז מיר איינגעפאלען א גיטער געדאנק, בשעת'ן לערנען דעם זוה"ק וועגען דעם גרויסען ענין פון מזכה הרבים זיין.

אז די שיינע גרויסע תהלים'ס איז טאקע גוט אין בית המדרש אבער אין געשעפט אין שטיב, א.ד.ג. אבער ווען מען גייט "ובלכתך בדרך", מען פארט אויף דעם באס יעדען טאג אזוי לאנג, אין אויף טרענס, ערפלאנען, וואס יעדער פארט דאך היינט ווער פארט דען נישט. אין אויב די תהלימ'ס וואלט געווען געדריקט אין א קליינעם פארמאט [וואס די אותיות זענען דאך סייווי גענוג גרויס אפילו ווען עס וואלט געווען אין א פאקעט סייז] וואלט איר געקענט אויפטוהן אז נאך צענדליגער טויזענטער אידען וואלטען מיט גענומען אויפן וועג אין געזאגט תהלים, אין בפרט דער ספר "מקדש מעט" וואלט מעורר געווען זייער אסאך אידען, ווען ער ווערט מיעד פון תהלים זאגען קוקט ער אריין אין ספר מקדש מעט, אין זעהט דארט אלע וויכטיגע הלכות וואס מען דארף דאס וויסען יעדען טאג ממש, מען דארף דאס אזוי דריקען עס זאל זיין אביסעל גרעסער פון די קליינע בלוייע חומשים וואס זענען ארויס אין ארץ ישראל, אויב איר קענט דאס מאכען מיט א פלאסטיג באנד וואלט אפשר בעסער געווען, אבער אמאל איז מער מעלה מיט א הארטע באנד, עס האלט לענגער.

אויך וואלט כדאי געווען צו דריקען א הקדמה קטנה צום תהלים מלקט זיין אלע ענינים אין די גרויסע מעלה פון תהלים זאגען, אויך אפאר שיינע מעשיות וועגען דער געוואלדיגען ענין פון תהלים זאגען, איך מיין אז עס שטייט אין מחזור פון יוה"כ, נאך מעריב א שיינע מעשה ווען תהלים זאגען.

די היינטיגע וועלט, האט זייער ליעב מעשיות, אלע קליינע קינדער, ווען איך פאצייל זיי א מעשה מאכען זיי אויף די אויגען, אין קוקען מיר אריין אין די אויגען אין ב"ה עס טוט אסאך אויף.

אויב איר שטעלט מעשיות זאל זיין עטליכע מעשיות אין אידיש אין עטליכע אין לשון הקודש, ווייל נישט יעדער איינער קען אידיש, אין נישט יעדער איינער קען לשון הקודש, מען קען גרינג טרעפען די מעשיות ווייל עס זענען דא באקאנטע ענינים וועגען תהלים.

כדי נישט צו זיין א נאה דורש נאר אויך א  נאה מקיים שיק איך 100$ דמי קדימה צו האבען א חלק אין אזא געוואלדיגען זכות הרבים וואס ווי דערמאנט איז צדקתם עומדת לעד, אין דורך דעם זאל השי"ת העלפען מיר זאלען זוכה זיין צו טוהן זיין רצון מיר זאלען האבען א חלק אין מקדש זיין שם שמים ברבים, ווייל דורך דעם וואס עס וועט ווערן געדריקט אין א קליינעם פארמאט, וועלען אידען ווען זיי פארען וועלען זיי נישט אריינקוקען אין צייטונגען נאר זיי וועלען זאגען תהלים, כסדר.

ווען איר וועט איה"ש האבען געדרוקט דעם תהלים אין מפיץ געווען וואלט איך געוואלט פארן מיט אייך אינאיינעם אויף די באסעס, טרעינס כדי צו שעפען נחת דקדושה, און אין דעם זכות זאל השי"ת צו הערען אונזערע תפילות זאלען נתקבל ווערן לרחמים ולרצון לפני אדון כל.

אזוי ווי היינט איז דאך ז' אדר די יארצייט פון משה רבינו, אין עס שטייט אין זוה"ק פרשת תצוה אז משה רבינו איז אויסגעשפרייט אין יעדען דור, אין יעדער וואס טוט א דבר טוב איז אלץ אין כח פון משה רבינו עה"ש, אין זיין זכות זאלען מיר שוין זוכה זיין צו די גאולה שלימה בב"א.

הנני לברכו בברכה המשולשת ושיזכה להעלות התהלים החדש על הכתב ולהפיצו בישראל

חי חי הוא יודך, והכל ישבחונך, יישר כחך,

לך בכחך זה ועשה עוד מטעמים, ושלח אותם לחכמים,

יפוצו עוד מעיינותיך, תחזקנה ידיך, ויאירו עיניך.

בכבוד והערצה רבה

ה"ק יעקב גרין

מלמד תשב"ר במאנט קיסקא עיר נייטרא

נ.ב רצו"ב סכום 101$ דמי קדימה להדפסת הספר.